אגרת 1805 · כרך 6
ב"ה, כ"ט מנ"א, ה'תשי"ב
18px
ברכה ושלום!
... אויף אייער אנפראגע ווי פירט מען זיך בא אונז בנוגע לאזן פיאות בא אינגלעך,
דער מנהג איז, ביז 3 יאר שערט מען בכלל ניט די האר, ניט נאר די פיאות. פון דריי יאר און ווייטער - שערט מען די פיאות, איבערלאזנדיק דעם געהעריקן שיעור.
בייליגענד קבלה.